אָרים איז מײן שטיבעלע,
מיט אַן אַלטן דאַך,
װאַקסן אין אים קינדערלעך
קלײנינקע אַסך.
גײט אין גאַס אַ רעגנדל,
װערט אין שטיבל נאַס—
לױפֿן מײנע קינדערלעך,
שפּילן זיך אין גאַס.
גײט אין גאַס אַ רעגנדל,
גײט ער זײ אַנטקעגן—
װאַקסן מײנע קינדערלעך,
װי בלימעלעך אין רעגן.
אײדע מאַזע
6 months ago